די ראָזענבערגס

לעצטנס איז אַרויס אַ פֿילם װאָס הײסט "דער לעריונג״. עס דערצײלט די מעשׂה װעגן דאָנאַלד טראָמפּ און זײַן ״לערער״, דער אַדװאָקאַט ראָי קאָהן, און װי אַזוי ער איז געװאָרן אַן אוממאָראַלישער מאַנסביל אונטער קאָהנס השפּעה. לײַדער האָב איך עס נישט געזען. אָבער דאָס ברענגט אַן אינטערעסאַנטער פּונקט, װאָס דער קאַנדידאַט און געװעזענער פּרעזידענט טראָמפּ איז אַ באַשעפֿעניש פֿון אַ געװיסן תּקופֿה אין אַמעריקע.

קאָהן איז באַרימט אַלס דער בײזער ייִד װאָס האָט געגעבען די עצה צו פֿאַרמשפּטן יוליאַס און עטל ראָזענבערג דורך אַ פּראָצעס צום טויט, אין װעלכן זײ זענען געװען דערקלערט פֿאַר שולדיק אין שפּיאָנאַזש לטובֿת דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 1953. דאָס הײסט, אַז די ראָזענבערגס זענען שוין שולדיק אָבער קאָהן האָט געטענהט אַז אַ טויט־שטראָף פֿאַר די ראָזענבערגס איז פּאַסיק. אַנדערע שפּיאָנען אין יענער צײַט האָבן נישט געליטן פֿון אַזאַ שרעקליכער שטראָף.

יוליוס און עטל, אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק, זענען פֿאַרבונדן מיט די קאָמיניסטן, אַזוי װי אַנדערע ייִדן פֿון יענער תּקופֿה. אַ סך ייִדן האָבן נישט געהאַלטן בײַ דער גערעכטיקײט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און האָבן געהײסן פּראָגרעסיװ, גלויבערס אין גלײַכקײט פֿאַר אַפֿראָ־אַמעריקאַנערס און אַנדערע, און אינעם װיכטיקײט פֿונעם קלאַסן־קאַמף. דאָס איז געקומען צו ערשט פֿון די באַװעגונגס פֿון רוסלאַנד און אײראָפּע, װוּ די ייִדן האָבן געזען אַ פֿונק פֿון פֿרײַהײט אין די אַנטי־צאַרישע קאָמוניסטן, און אַנדערע גרופּעס. עד היום הזה האָבן די ייִדן אין אַמעריקע פֿאָרגעזעצט מיט אַ לינקער שטימונג.

יאָ, יוליוס האָט דערלאַנגט אַטאָמישע סודות צום ראַטן־פֿאַרבאַנד (אָדער, האָט אָרגאַניזירט אָט די טווּנג), און דאָס איז װאָס רוסישע געװעזענע שפּיאָנען האָבן געזאָגט. אָבער עטל איז געװען אומשולדיק אין גאַנצן, און די רעגירונג האָט דאָס געװוּסט. פֿאַרװאָס דען האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו װערן אַזוי שטרענג מיט די ראָזענבערגס, װען אַנדערע האָבן נישט באַקומען אַזאַ שטראָף?

עס זענען דאָ צװײ טעראָריעס: 

א. די סאָװיעטן האָבן נאָר װאָס געשאַפֿן זײער אייגענע אַטאָמישע באָמבע אַ דאַנק אַמעריקאַנישע שפּיאָנען, און די אַמעריקאַנער האָבן געדאַרפֿט צוריקשטעלן די פֿאַרזיכערונג אַז מער נישט שפּיאָנען קענען העלפֿן דעם שׂונא דערשרעקן די װעלט.

ב. די סאָװיעטן האָבן געשאַפֿן די באָמבע דורך זייערע אייגענע כּוחות, און די אַמעריקאַנישע רעגירגונג האָט געדאַרפֿט אַ שׂעיר־לעזאָזל פֿאַרן דורכפֿאַל. די באָמבע איז גענוצט געװאָרן װי אַ מיטל צו דערשראָקן די אַמעריקנישע באַפֿעלקערונג צו באַפֿאַלן קאָרעע, און שושקען אַלע לינקע־געשטימטע אָרגאַניזאַציעס װאָס קעמפֿן פֿאַר סאָציעל־גערעכטיקײט. און אָט די שׂעיר־לעזאָזלען זענען ייִדן, בכּװנה, מיט העלף פֿון דער געהײם־פּאָליצײ דער פֿ.ב.אַי, און אַ סך ייִדישע פֿאַרעטער אַזוי װי קאָהן און דער ריכטער קויפֿמאַן.

אָפּציע ב איז געשריבן געװאָרן אין דער שרײַבער לילי בערגערס הקדמה פֿאַר איר איבערזעצונג פֿון די ראָזענבערגס בריװ, אין 1953. בערגער איז געװען אַ ייִדישע קאָמוניסט אין פּוילן און פֿראַנקרײַך, און האָט געראַנגלט מיט די נאַציס אין פֿראַנקרײַך אין קאָמוניסטישע גרופּעס. 

עס איז נישט געװען איר שװער צו זען די ראָזענבערגס װי קרבנות פֿון אַמעריקנישע נאַציס און זייער יודענראַט, זײערע קאַפּאָס. די שטאַרקע ייִדישע אַרײַנמישונג איז נישט קיין ראַיה פֿאַר גלײַכקײט, נאָר אַ באַװײַז אַז זײ אַרבעטן אין זעלבן זין פֿון די פֿאַשיסטן. און אַ סך אינטעלעקטועלן, ייִדן און אַנדערע פֿון איבער דער גאָרער װעלט האָט פּראָטעסטירט. 

 בערגער שרײַבט:

״׳דאָס האָט דער נאַציזם דערמאָדערט די ראָזענבערגס׳ — האָט אויסגעשריבן דער אַדװאָקאַט בלאָך װען ער האָט זיך דערװוּסט װעגן דער עקזעקוציע. יאָ, דער נאַציזם, די זעלבע פֿאַסיטישע־ראַסיסטישע האַנט, װאָס האָט פֿאַרגאַזט און געברענט אין די קרעמאַטאָריעס אין אוישװיץ, מאַידאַניק, טרעבלינקע און אַנדערע פֿאַרניכטונגס ערטער אונדזערע 6 מיליאָן מאַרטירער. ׳אומזיסט װעט איר ענטפֿערן׳, האָט אויף צו מאָרגנס געשריבן דער פֿראַנצויזישער שרײַבער זשאַן פּאָל סאַרטר, אַז ׳אָט דער אײנציקער מאָרד איז נישט צו פֿאַרגלײַכן מיט די היטלער־שחיטות. דער פֿאַשיזם װערט דעפֿינירט נישט נאָר דורך דער צאָל קרבנות נאָר אויך דורכן אופֿן װי אַזוי מען מאָרדערט זײ.׳ און מען דאַרף צוגעבן, אַז ער װערט אויך דעפֿינירט דורכן ציל, פֿאַר װעלכן ער מאָרדערט זײ. און דער ציל איז דער זעלבער. פּינקט װי היטלער האָבן זײ געדאַרפֿט האָבן אַ ייִדישן שׂעיר־לעזאזל. פּונקט װי בעת דער היטלער־הערשאַפֿט האָט מען געדאַרפֿט קאָנען אָנװײַזן אויפֿן ייִד דעם שפּיאָן, דעם שולדיקן אין קריג אין קאָרעע און אין אַלדאָס בײז.״

אָבער דעם אמת איז, בערגער האָט געזוכט אַ סיבה פֿאַרװאָס יוליוס איז געװען אומשולדיק, און זי האָט געפֿינען אַ סך (אָדער, געגלויבט אַזוי). איז דאָס דער סאַמע װיקסטיקער זאַך? װאָס איז מער װיכטיק בײַ אונדז איז צו פֿאַרשטײן װי די ייִדן פֿון די פֿופֿציקע יאָרן האָט געזען די ראָזענבערגס אַלס אַ װאָרענונג, אַז זײערע אַסאָציאַציעס מיט דער אַלטער װעלט זענען סכּנהדיקע, און אויך מיט ייִדיש, װאָס איז דעמאָלט אַ סימן פֿאַר קאָמוניזם. 

מיר פֿאַרגעסן, װיפֿל ייִדן האָבן גענומען בטחון פֿון אַ סך פֿאַרשידענע קװאַלן: קאָפֿאַקס דער בײסבאַל שפּילער, ישׂראל, רײכקײט, װײַסקײט אא׳׳װ. אָבער אַלע די שטראַשען פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט נאָך אַלץ בלײַבן, און ייִדן װערן געװויר אין אַזעלכע מאָמענטן װען זײ זענען פֿרוכטבאַרע קרבנות פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמן, אַזוי װי די מאָמענט. 

״אויב איך פֿאַרלירט, זענען די ייִדן דער גורם״ זאָגט רב קאָהנס תּלמיד חכם.

Previous
Previous

Lekh Lekha: Two Covenants

Next
Next

Our Calendar