עולם־הבא און דער קרעטשמע

עולם־הבא, די צוקונפֿטיקע אָדער הימלישע װעלט װאָס זאָל קומען אין משיח צײַטן (אָדער װען מיר — נישט בײַ אונדז געדאַכט — קומען אַהײם צום טאַטן אין הימל) איז אָנגעזען אַלס אַן אָפּיום פֿאַר די מאַסן, פֿון אַ מאַרקסיסטישער השקפֿה. דאָס הײסט, געװענטלעך װען מע פּרײדיקט צו פֿיל דערװעגן, קען מען מאַכן זיך נישט װיסנדיק איבער די אַלע צרות אויף דער װעלט, װײַל מע לײַדט זיך אין דער װעלט, און מע פֿרײַט זיך אין יענער װעלט. אונדזער אחריות צו דער מענטשהײט װערט באַזײַטיקט.

די חסידים האָבן געהאַט אַנדערע דאגות איבער עולם־הבא. אמת, ס׳איז ממש װיכטיק צו טאָן מצװת און דערגרײַכן דעם זכות פֿון עולם־הבא, אָבער מע טאָר זיך נישט פּײַניקן אויפֿן װעגס. לויט די חסידים, ״מצװה גדולה להיות בשׂמחה.״ אַזוי האָט רבי נחמן געזאָגט, ״כִּי טֶבַע הָאָדָם-לִמְשׁךְ עַצְמוֹ לְמָרָה שְׁחרָה וְעַצְבוּת מֵחֲמַת פִּגְעֵי וּמִקְרֵי הַזְּמַן, וְכָל אָדָם מָלֵא יִסּוּרִים.״ (װײַל דעם מענטשס נאַטור איז זיך אַרײַנצוצויגן אין אַ מרה־שהורה און טרויער צוליב די אומגערעכטיקײט פֿון זײַן תּקופֿה; יעדער אײנער לײַדט פֿון יסורים.) צו װאַרטן אויף עולם־הבא איז נישט קײן לײזונג.

אָט די שיטה איז פֿאַרװאָס חסידות האָט אַזוי לאַנג אויסגעמיטן די פּאַסטקע פֿון משיחיזם. מען זאָל זיך אויסהאַלטן פֿון יסורים, נישט קאַפּיטולירט. פֿאַרװאָס חב׳׳ד איז אונטערגעגאַנגן אין דער פּאַסטקע איז מיר נישט קלאָר, אָבער ס׳איז דאָ לידער און ניגונים, אַרײַנרעכענען אײנע אַ חב׳׳דניקע, װאָס לויבט דעם שעפּן הנאה פֿון אונדזער לעבן, אפֿילו דורכן פּראָסטע קרעטשמע און װאָדקע — און אַ שטיקל רוסיש.


אָט זענען די װערטער:

Не журитсья хлопцы
Что-и с нами будет
Мы поедем до корчомки
Там и водка будет

(האָט נישט קײן דאגות יאַטן
װאָס װערט פֿון אונדז
מיר פֿאָרן קײן קרעטשמע
און טרינקן װאָדקע)

ס׳איז נישטאָ קײן נעכטן
ס׳איז נאָך נישטאָ דער מאָרגן
ס׳איז נאָך דאָ אַ ביסינקע הײַנט
שטערט אים ניט מיט זאָרגן

כאַפּט אַרײַן אַ משקע
כּל־זמן איר זינט בײַם לעבן
מירצעשעם אויף יענער װעלט
װעט מען אײַך נישט געבן
 

דאָס ליד איז פֿאַקטיש אַ רוסישער. גלײַך װי פּורים, װען די װעלט איז משה־קאַפּויער, זאָל אַ מוסר־השׂכּל זײַן איבערגעדרײט װען מע ציט גאָט אַהער אין װעלט אַרײַן, אונדז דאָ אויסצוהאַלטן.

אַזוי גײט דאָס ליד ״ביזן קרעטשמע,״ אַ מאָדערן ליד װאָס שטאַמט פֿון די װערטער פֿון ר׳ מאיר פֿון פּרימיטשלאַן.

ביז׳ן קרעטשמע


דער הייליגער רבי מאיר פרמישלאנער האט אמאָל געזאָגט 
ריבונו של עולם של עולם כאָטש די זמן הגאולה איז נאָך נישט דאָ 
אָבער ריבנו של עולם של עולם 
ביזן קרעטשמע דאַרף מען אויך אַ טרינק 
ווײַל די גרויסע גלות איז דאָך גאָרנישט גרינג
אוי ריבנו של עולם של עולם

לא עת האסף המקנה
כאָטש די צייט איז נאָכנישט דאָ 
האַרציגער טאַטע די געב אונדז שוין 
ווײַל ווער נאך ווי א טאַטע אלײן ווייסט 
וואָס איז פאַר זײַן קינד די איינציגסטע טרייסט
השקו הצאן
 

מע קען זען אַפֿילו אין דער פֿאַרפֿרומטער חסידישער װעלט פֿון הײַנט אַז ״אַ טרינק״ איז אַ סימן פֿון אַנטי־משיחיזם. דער אונטערשײד צװישן מאַרקס און חסידיזם איז נישט אַזוי גרויס; דער געדאַנק פֿון עולם־הבא סטראַשעט, אָבער סטראַשעט װאָס? אין קאָמינויזם, עס נעמט די רעװאָלוציע אין סכּנה; אין חסידיזם, עס נעמט דעם יחיד אין סכּנה.

Previous
Previous

Alienation from Creation

Next
Next

Ahad Ha’am’s Anti-Charismatic Leadership