״פּרי־דענאָמינײשונלויזם״
צװישן אונדז בײַ דער נסתר איז אַ שפּאָגל נײַער געדאַנק אין אונדזער זעלבסט־אידענטיט, דאָס הײסט, אַן ענטפֿער צו דער שטענדיקער פֿראַגע, װאָס פֿאַר אַ שול זײַט איר? אָרטאָדאָקסיש? רעפֿאָרם?
יאָ, צװײ פֿון אונדז דרײַ זענען מוסמכים פֿון דער זיגלער ישיבֿה, ד׳׳ה, קאָנסערװאַטיװ, אָבער מיר זענען נישט פֿאַרבונדען מיט דער באַװײגונג, און נישט צוליב די געװענלטעכע סיבות: מיר זענען באַפֿרײַט געװאָרן פֿון ״דעפֿיניציע.״ פּונקט פֿאַרקערט. די קאָנסערװעטיװע באַװײגונג באַשרײַבט אונדז נישט גענוי.
די באַװײגונג, אין די סאַמע ערשטע טעג, איז גערופֿן פּאָזיטיװ־היסטיריק יודאַיזם, אַ דת פֿון אַנטװיקלונג אין דער הלכה אָבער אַ שטאַרק נאַציאָנעלער באַװוסטזײַן. דער גרינדער, הרבֿ זכריה פֿראַנקל פֿון דײַטשלאַנד האָט געגלויבט אין לשון־קדוש, ישׂראל, װיסנשאַפֿט און הלכה בבת אחת, װאָס איז גורם געװאָרן אַ שפּאַלטונג צװישן אים און די אַנדערע רבנים פֿון דײַטשלאַנד װאָס האָבן געטענהט אַז ס׳איז שוין צײַט צו פֿאַרדײַטשן, צו זאָגן אַז די געשיכטע און דערפֿאַר הלכה איז געענדיקט, און אַ נײַע לעבן פֿאַר ייִדנטום זאָל אָנפֿאַנגען. און דאָס אויך געשטעלט פֿראַנקל אַנטקעגן די נײַע אָרטאָדאָקסישע רבנים װאָס האָט נישט קײן געטרײַ אין קײן סאָרט אַנטװיקלונג בכלל.
עס האָט אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אָבער עס איז אַריבערגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, װוּ די דײַטשער־ייִדן און די אַלט־געזעסענע ספֿרדים, אַזוי װי דער באַרימטער רבֿ שבתאי מאָרעיס האָט געגרינדערט דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר. נאָך דעם זענען די נײַע מזרח־אײראָפּעישער ייִדן געקומען אין אַמעריקע, און גלײַך האָבן געפֿונען דער סעמינאַר און די באַװײגונג, אַ געראָטענער הײם.
אַ צוזאַמענשטויס פֿון אַלערלײ ריכטונגען, אַרײַנרעכענען אַן אויפֿשטײַג אינעם לעבן־סטאַנדאַרד, אַ דרוק פֿאַר אַסימיליזאַציע, און נאָך, האָט געמאַכט אַ גרויסע אַריבערפֿיר צו דער בײַשטאָט צװישן די ייִדן. די קאָנסשערװאַיטיװ באַװעגונג האָט שטאַרק גאַװאַקסן דאָרטן, װײַל עס האָט גוט געאַרבעט צו דערפֿילן אַלע די באַדערפֿענישן פֿון די ייִדן:
די שול איז פֿאַרװאַנדעלט אין דער נײַער ייִדישער גאַס, מיט קלובן פֿאַר ייִדיש, תורה און סתם חבֿרהשאַפֿט; מיט אַ תלמוד־תורה פֿאַר די קינדער; מיט פֿירערס װאָס האָבן באַקומט אַ סך כּבוד פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; און מיט פּאַרקינג, אַז די ייִדן זאָלן קומען פֿון דער װײַטנס, װײַל ס׳איז געװען אַ סך שװערער דאָרט צו גײן צופֿוס — און מע האָט אַ דערלויבעניש צו פֿאָרן שבתים.
עס האָט געהאַט אַ סך מצליח, אָן קײן שמעק פֿון אָרעמקײט מיט גרויסע גלידערשאַפֿט־בײַשטײַערס, נישט קײן קאָמוניזם — קולטור און ייִדיש זענען געװען דאָך באַזײַטיקט (זײ זענען געװען סימנים פֿון די קאָמוניסטישע גרופּעס). און מיט גרויסע בר־מצװת, און שפּעטער, פֿרויען־רבנים און בת־מצװת, זענען אַלע אויפֿן אַלגעמײנעם געזעלשאַפֿטלעכן גאַנג פֿון גרויסע פֿײַערונגען אינעם אַמעריקאַנעשן סטיל. מיט פּאָליטיק, זענען די שולן פֿאָקוסירט שטאַרק אויף מדינת־ישׂראל און די ייִדן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אויך אויפֿן חורבן. אַ סך זענען געװען זײער פּאַטריאָטיש פֿאַר אַמעריקע אויך. אין די ערשטע יאָרן, װען ס׳איז דאָ בײַשטאָט מיט מינאָריטעט־גרופּעס, ס׳איז דאָ געװען אויך חבֿרהשאַפֿט מיט אַפֿראָ־אַמעריקאַנערס. אָבער דאָס האָט געענדיקט אין די זעקסיקע יאָרן, און מיט דעם, די מערהײט פֿון אַזאַ שולן. אָבער װאָס האָבן די אַלע פֿריער־געשריבן פּאָליטישע זאַכן בשוטפֿות? זײ װײַזן אַז די ייִדן זענען שטאַרק אויף דער זײַט פֿון אַמעריקע, געגנערס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — אַז מע זאָל נישט פֿאַרשרײַבן זיך אויפֿן שװאַרצן רשימה אָדער זײַן חבֿרים מיט די ראָזענבערגס.
הײַנטצוטאָג, אָן קײן השפּעה פֿון דער קאַלטער קריג, פֿאַרלאָזן די שולן זיך נישט אויף דער געזעלשאַטלעכער דרוק אַרײַנצוציען ייִדן. זײ זענען אויס פֿאַרגליװערט אין צײַט, מיט װײַכער, צאַרטער רבנים, אָבער האַלטן אין די הענט די אַלטמאָדישע מוסטערן פֿון אידענטיטעט.
מע קען נישט צוריקגײן פֿון דער בײַשטאָט אָדער די אַלע נאָכפֿאָלגן פֿון דעם. די קאָנסערװעטיװ באַװײגונג איז שװער צו פֿאַרשטײן טעאָלאָגיש. פֿונדעסטװעגן איז זי גרינג צו פֿאַרשטײן װען מע צעמאַכט די שטריקלעך פֿון בײַשטאָטיזאַציע.
פֿון דאַנען קומט אויס אונדזער דעדאַנק פֿון ״פּרי־דענאָמינײשונלויזם״, פֿאַר־דענאָנאָמענאַציע. דאָס הײסט, צו זײַן ממשיך די גאָלדענע קײט, װאָס האָט צעפּראָכן דורך דער מאַכט פֿון אַמעריקע, סובטיל און דירעקט. בײַ אונדז אין צענטערשטאָט האָט מען נישט קײן אַלט־ייִדישער גאַס אָבער ס׳א׳ז דאָ אַזאַ חזיון עס צוריקצוברענגן צו אונדזערע טראַטואַרן. מע קען יאָ דיסקוריטירן לינקװײַז, אויף ייִדיש, באַגלײַט מיט די אַנדערע אינטערעסן. מע קען יאָ דינען אונדזערע שכנים, די דליתים און די גבֿירים. מע קען יאָ האָבן ליב אונדזער ייִדישע געשיכטע דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס, און מע קען זיכער יאָ אויסניצן קולטור ארײַנצוציען מענטשן. מע קען װוינען מיט אַ געמיש פֿון פֿעלקער אויך.
די נאַטירלעכע ייִדישע ערד איז די צוזאַמענטרעפֿונג פֿון פֿעלקער; שטאָטישע און פּוירישע לעבן. און נישט מיט פּחד פֿון דער געזעלשאַפֿט אָדער דער רעגירונג. מע האָט אַ געלעגענהײט צו ברענגען צוריק ייִדישקײט אין שטאָט, אָבער צו זאָגן װאָס טוען מיר, זאָגן מיר ״פּרי־דענאָמינאַשאָנאַליזם״, װען מע האָט נישט קײן גרעניץ צװישן ייִדן און ייִדן, צװישן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער. אויף ייִדיש זאָג איך, לאָמיר פֿאַראויסשלעפּן די גאָלדענע קײט.