שײנבוים

די מעקסיקאַנער פּרעזידענט קלאַודיע שײנבוים טראָגט אַ האַלדז־שניר מיטן צלם. אָבער די װעלט זאָל װיסן אַז שײַנבאַום איז דאָך אַ ייִדענע.

אַ קלײַנע מינדערהײט אין דער שטאָט מעקסיקע, די ייִדן באַהערשן נישט קײן שטאַרקע השפּעה אינעם לאַנד. נאָך מער איז די פֿאַראָרגאַניזירטע ייִדישער קהילה אַ רעכט־געשטימטע, און זינט דער זיג פֿונעם פּאַרטײַ מאָרענאָ און פּרעזידענט אַנדרעס מאַנועל לאָפּעז אָבראַדאָר אין 2018, די לינקע פֿליגל איז די מאַכט — און די קהילה איז נישט צופֿרידן.

װען אַ מיטגליד פֿון אָט דער קהילה װערט געפֿרעגט, צי זענט איר בשׂמחה מיטן ניצחון פֿון אַ משלנו, ענטפֿערט מען, איך בין זײער אַנטוישט מיט איר. און זי איז נישט קײן משלנו.

שײנבוים איז אָבער אַ ייִד על־פּי־הלכה. זי שטאַמט פֿון צװײ ייִדישע עלטערן: דער טאַטע קאַרלאָס שײנבוים יוסעלעװיץ איז געבוירן געװאָרן אין גואַדעלעהאַרע, אַן אשכנזי, און די מאַמע, אַני פּאַרדאָ סעמאָ איז ספֿרדי. און אַזוי װי די עלטערן, שײנבוים איז װיסנשאַפֿטלעכער.

אין אַזאַ הײם, שיינבוים האָט געזאָגט אַז זי האָט געזונגען ייִדישע לידער און געפֿײַערט ייִדישע יומים־טובֿים. די פּראָבלעם ליגט אין דער מסורה פֿון דער משפּחה — אַ געשיכטע פֿון קאָמוניזם. דאָס האָט זי געשטופּט אויסער די ראַמען פֿון דער קהילה.

איר טאַטע האָט אָנטײל גענומען אין דער טעטיקײט פֿון דער מעקסיקאַנישער קאָמניסיטשער פּאַרטײ, און האָט קלאַודיע געהאָדעװעט מיט אַ ליבשאַפֿט פֿאַר סאָציאַל־גערעכטיקײט.

קאַרלאָסעס טאַטע חונה און זײַן ברודער שלמה זענען קאָמוניסטען אין דער ליטע, און נאָך צײַט אין טורמע, זענען געפֿאָרן קײן קובע, װוּ זײ האָבן געאַרבעט אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ דאָרטן. לויט אַן אַרטיקל אין ״יעקבין״, זענען די ברידער צװישן ייִדן, אַפֿילו אין קובע. אונטער דער הערשאַפֿט פֿון אַ דיקטאַטאָר, זענען די ברידער ארויסגעװאָרפֿן קײן מעקסיקע אין 1928. דאָ איז געװען צורות מיט, אויף איין זײַט, רעגירונגען װאָס האָט נישט קײן טאָלעראַנץ פֿאַר קאָמוניסטן, און די פּאַרטײ װאָס האָט נישט קיין טאָלעראַנץ פֿאַר די װאָס זײ האָבן געזען װי טראָטסקייסטן.

דער עיקר איז, די פּאַרטײ אין 1981 איז געװאָרן אַ טײל פֿון קלאָדיעס הײַנט־צײַטיקער פּאַרטײ. און די ייִדישע קהילה, אַ מאָל אַ שטאַרקער טײל פֿון דער לינקע, איז מסתּמא צוליב דער געװאַלד פֿון דער מעקסיקאַנישער רעגירונגע אין די פֿופֿציקער יאָרן. נאָר אַ קלײַן טײל פֿון ייִדן, אַזוי זי חונה, האָט איבערגעלעבט דעם דריק אַלס לינקערס. דערפֿאַר, װען מעקסיקע װענדט זיך צום לינקן פֿליגל, נאָר אַ שײנבוים בלײַבט צו באַקומען איר לאַנדס ברכה.

Previous
Previous

Vayera - Descending

Next
Next

Lost in Los Angeles