מחילה

מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָב איך נישט געקענט אײַנשלאָפֿן,דערפֿאַר האָב איך אויסגעלײנט די לאַנגע עסיען אויף װיקיפּעדיע װעגן פֿאַרשידענע און טשיקאַװע ענינים. װאָס האָט מיר פֿאַרכאַפּט איז געװען דער מאָרמאָניזם. נאָך ליינען װעגן דער רעליגיע, האָב איך בעסער פֿאַרשטאַנען די מעלות און די חסרונות פֿון דער מאָרמאָנישער געשיכטע און טעאָלאָגיע.

אַ סך פֿון די פּרטים האָט מיר געגעבן קושמאַרן, למשל די פֿאַרפֿלײצונג פֿון אַזוי גערופֿענע ״פּלוראַל חתונות״ (דאָס פֿיל־װײַבערײַ) פֿון דזשאָסעפֿ סמיט און שפּעטערדיקע מאָרמאַנער נביאים. אָבער ס׳געװען אַן אַנדער פּרט װאָס האָט מיר געגעבען אין װאָס אַרײַנצוטראַכטן. דאָס איז געװען די יוטאַ־מלחמה.

דער מאָרמאָניזם איז געגרינדעט געװאָרן אין 1830 אין שטאַט ניו־יאָרק, אָבער נאָך די ערשטע טעג, זענען די נײַע נאָכפֿאָלגערס פֿון סמיט געװאָרן אַנטלאָפֿן פֿון מזרח ביז מערב, דאָס הײסט, ביז ציון, זײערע נײַע לאַנד יוטאַ. דעמאָלט, אין 1857, איז בריגהאַם יאָנג געװען דער נביא־פּרעזידענט פֿונעם קירך, און איז אויך געװאָרן דער גונבערנאַטאָר פֿונעם יוטאַ־שטח. דאָס איז געװען אַקעגן דעם װילן פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוקאַנאָן. אַזוי איז אָנגעהויבן די יוטאַ־מלחמה, װאָס האָט נישט באמת געבראָכן אין קריגערײַ, אָבער האָט דערלאָזט אַ מאַסנמאָרד פֿון אַ קאַראַװאַן, 120 נפֿשות אויפֿן װעגס קײן קאַליפֿאָרניע, צוליב דעם מאָרמאָנישן חשד אויף ״גויים״ (נישט־מאָרמאָנער).

די סאָלדאַטן פֿונעם אַמעריקאַנער אַרמײ האָבן דערנענטערט יוטאַ, און די מאָרמאָנער האָבן זיך צוגעגרײט צו קעמפֿן. אָבער אין דער לעצטער מאָמענט, זײ האָבן שלום געמאַכט, און די אַמעריקאַנער ברירה פֿאַרן גובערנאַטאָר, אַלפֿרעד קומינג, האָט די שטעלע גענומען. אַחוץ די מאַסן־מאָרדערס, בוקאַנאָן האָט דערלאַנגט באַגענעדיקונג (מחילה) פֿאַר די מאָרמאָנער װאָלטן זײ געבליבן געטרײַ צו אַמעריקע.

רעפּובליקאַנער קריטיקער האָבן דעמאָלט געפּאָרט דער האַס אויף די מאָרמאָנער און דער פֿיל־װײַבערײַ מיט האַס אויף דער שקלאַפֿערײַ. דאָס איז געװען אַ פּאָליטישע פּראָבלעם פֿאַר די דעמאָקראַטן, װײַל זײ זענען די דורמדיקער װאָס האָבן אויסגעהאַלטן דאָס שקלאַפֿערײַ. בײדע זענען געװען פֿרײלעך צו געבן די מאָרמאָנער אַ מאָראַלישער שיור, אָבער נאָכן זיג פֿון בוקאַנאָן, דער עניין פֿון שקלאַפֿערײַ איז געבליבן דער איין־און־איינציקער פֿאָקוס פֿון דער געזעלשאַפֿט.

נישט לאַנג נאָך די ״כּמעט״ מלחמה איז געװען אַן אמתדיקע, אַ ברוטאַלע, די בירגערקריג. דער אומקום פֿון טויזענטער זעלנער איז געװען ממש שרעקלעך, און די פֿאַרברעכער, ד׳׳ה, די קאָנפֿעדעראַטן, זענען דאָך פֿאַרברעכער פֿון אַ מדרגה נישט געזען אין דער אַמעריקנער געשיכטע. אָבער רובֿ פֿירערס האָבן אויך באַקומען באַגענעדיקונג — דער פּרעזידענט דזשעפֿערסאָן דעװיס איז געגעבן אַ הויז פֿון אַן אָנהענגער אין מיסיספּי װאָס איז הײַנט לײַדער אַ מוזײ לכּבֿוד די קאָנפֿעדעראַטן.

לאָמיר געבען אַ טראַכט אויף הײַנט, און װי אַזוי פֿאַרשטײט מען די מחילה פֿונעם פּרעזידענט. אָפֿט מאָל טראַכט מען אַז דער מאַכט פֿון מחילה איז דאָס װאָס דער פּרעזידענט מעג װײַזן אַז אַ געזעץ צי אַ שטראָף איז קרום. פּרעזידענט בײַדן און אַנדערע האָבן צום בײַשפּיל מחילה געגעבן פֿאַרברעכער פֿון געזעצן װעגן דעם נאַרקאָטיק. אָבער דער ציל פֿון אָנהײב אָן, פֿאַר די פֿא׳׳ש אַזש ביז הײַנט, איז נאָך אַלץ אַ פּאָליטישער — שלום. די סאַמע רשעותדיקע מענטשן אין אונדזער געשיכטע קענען זיך שטעלן אַקעגן די רעגירונג און מלוכה, און מחילה איז געגעבן געװאָרן, אַבי מע לאָזט אַראָפּ די װאַפֿן.

Previous
Previous

The Prayer Space

Next
Next

Black Mountain and Highlander