טראַנספּאָרט

װען נאָר פֿאַרװעלטיקן מיך מײַנע צורת פֿון לעבען, גיב איך נאָר אַ טראַכט אויף דער לאָס־אַנדזשעלעס באַן־סיסטעם. עס װאַקסט אויף אַזוי גיך און שטאַרק, און איך האָב געהאַט אַזאַ הנאה אי פֿון פֿאָרן אי פֿון לײענען די נײַעס דערװעגן.

יחזקל בראָנשטײן, דער לאָס־אַנדזשעלעסער שרײַבער און קריטיקער, האָט געשריבן ״אַ דאַנק דער העכערער אַנטװיקלונג פֿון …אַ מענטש … װאָס ער גופֿא, װי אַ פּרט איז פֿאַרמשפּט צו שטאַרבן — האָט ער מיט דער הילף פֿון זײַנע אומצאָליקע טאַלאַנטן, געפֿאַנגען די שײנקײטן פֿון דער גאָרער װעלט, אויף תּמיד זײ פֿאַראײביקט. אין לשון — אין דער ליטעראַטור. אין פֿאַרב האָלץ, שטײן און בײן — אין דער פּלאַסטיק, װאָס אַפֿילו זײ װײַזן שוין אויך אַרויס סימנים פֿון װעלקונג, אַ דאַנק הײַנטצײַטיקן אַרויספֿאַל פֿון די אַטאָמישע עקספּערימענטן אין אונדזער צײַט און יאָרהונדערט…״

דאָס הייסט, ס׳איז דאָ אַ געראַנגעל צװישן די נאַטור און דער מענטש, און דער מענטש מעג געװינען אויב דער מענטש קען אויסניצן נאַטור צו שאַפֿן זאַכן װאָס קענען לעבן נאָך דער טויט פֿון אַ מענטש.

אין פֿאַרגלײַך צו דעם נײַעם שטאָף, אַ סיסטעם פֿון טראַנספּאָרט, אויב ס׳איז שטאַרק געבויט, קען בלײַבן אויף אײביק אַזוי װי די בריקן פֿון רוים, װײַל טראַנספּאָרט אַלײן שאַפֿט װעגן און שטעגן װאָס פֿירן מענטשן צו געװיסע פּונקטן לאַנג יאָרן נאָך איין שטאָף איז נישט ניצליך.

דאָ אין לאָס־אַנדזשעלעס, די רעד קאַרס האָבן אַ מאָל געפֿירט די ייִדן פֿון בויעל הײטס צו אַנדערע פּלעצטער אין שטאָט, און האָט געמאַכט די שטאָט אַ מישונג פֿון כּלערלײ פֿעלקער, אַלע פֿאַרבונדען אין די װאַגאָנען. די ייִדן, די װאָס האָבן געלעבט אין יענער געגנט און געאַרבעט פֿאַר לינקע־געשטימטע מיסיעס.

אין שפּעטערדיקע יאָרן, זענען זיך צװײ ייִדן פֿעסטגעשטעלט אַנטקעגן אַ נײַער סיסטעם, װאָס איז געװען פּלאַנירט אָנהײבנדיק אין די אַכטיקע יאָרן. זאבֿ יעראָסלאַװסקי, אַ העלד פֿון די סאָװעטישע ייִדן, האָט לאַנג געהאַלטען דעות אַקעגן די נײַע באַן. הענרי װאַקסמאַן, נאָך אַן אויפֿרײַס פֿון אונטערערדישן גאַז, האָט געמאַכט געזעץ װאָס האָט פֿאַרװערט דאָס אויפֿבוינען די אונטערערדישע באַן.

הײַנט װוין איך זייער נענט צו סובװײ, װאָס איז געענפֿנט געװאָרן מיט צװײ יאָר צוריק. איך פֿרײ זיך צו זען װאָס װעט זײַן, און אַפֿילו אויב איך װעל עס נישט זען אין מײַן לעבען.

Previous
Previous

The Moon

Next
Next

Jewishness as Substance