בירגערשאַפֿט

װען נאָר רעד איך ייִדיש, שפּיר איך דעם עול פֿון צװיי אידענטיטעטן — אַמעריקאַנער און ייִדישער. יאָ, איך פֿאַרמאָג אויך קאַנאַדיאַנער בירגערשאַפֿט, אָבער איך האָב לאַנג פֿאַרגעסן װי צו רעדן מיט אַ פּאַסיקן אַקצענט און מיט דעם גערעכטן דיאַלעקט פֿון ענגלעש. װוּ, פּונקטלעך, איז מײַן הײמלאַנד? אין קאַליפֿאָרניע, אָדער ערגעץ װוּ װײַט װײַט אַװעק פֿון הײַנט און דאָ?
 

איך געדענק אַ חבר, אַ ישיבֿה־בוחר פֿון אוקראַיִנע אין מיטן זײַן לימודים אויף ראַבינער, װאָס איז אים געשטעלט אַ פֿראַגע אַזוי טיף, אָבער נישט אַבסטראַקט, אַדרבא גלײַך אויף דער װאָר. זאָל ער שטודירן אָדער אין מאָסקװע אָדער אין דײַטשלאַנד? דעמאָלט האָט רוסלאַנד באַפֿאַלן טײלן פֿון אוקראַיִנע, אָבער נאָך נישט דעם גאַנצן לאַנד. צו שטודירן אין מאָסקװע איז אים באַקװעמער, אָבער װאָס דען מיט זײַן זעלבסט־פֿאַרשטאַנד אַלס אוקראַינער? 


ער האָט געפֿרעגט אַ רבֿ װאָס ער זאָל טאָן. דער רבֿ האָט אים געעצהט אַז ער זאָל נישט זען זיך װי אַן אוקראַיִנער אָבער אַ ייִד. און פֿאַר ייִדן, װי קענען לענדער האָבן אידעאָלאָגישע געשטימטע גרענעצן װאָס מע מוז זײ געבן אָפּ כּבוד?

איך מען אַז ער, אַזוי װי אַ סך פֿון די אוקראַיִנער מיט װעמען איך בין באַקאַנט, האָט מסתּמא חרטה פֿון אַזאַ אויסװאַל. די לײַד פֿון די אוקראַיִנער איז ריזיק, און יעדער אײנער װײסט עמעצען אין מיליטער־דינסט, אין די שוצגראָבנס, אָדער אין ערגערער לאַגעס. אָן אַ לאַנד, און אַפֿילו מיט ישׂראל, זענען מיר לײַדער געפֿאַנגען אין דער װעלט. האָבן מיר אַ שפּריכװאָרט אויף ענגלעש: זענט איר נישט פֿאַראינטערעסירט אין דער פּאָליטיק?  די פּאָליטיק איז אָבער פֿאַראינטעריסירט אין אײַך!

דאָס איז פֿאַרװאָס מיר האָבן געהאַט אַ סך װיכּוחים אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן. דער סאַמע גרעסטע מורא פֿון די בונדיסטן איז נישט געװען קײן זאָרג איבער די אַראַבער, אָבער דער פֿאַקט אַז די ציאָניסטן װאָלטן זיך געמאַכט נישט װיסנדיק איבער די מאַטיריעלע אומשטאַנדן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אײראָפּע, װײַל זײ חנפֿנען די פֿירערס פֿאַר רשות אויפֿצובוינען קאָלאָניעס אין א׳׳י, אָט די פֿירערס װאָס דריקן באַדריקן די ייִדן. זײ בײדע האָבן געזוכט אַ לײזונג, אָבער די בונדיסטן האָט געזען מדינת ישׂראל װי אַ חלום, נישט קײן װאָרהײט.

אָבער אַפֿילו מיט ישׂראל איז דער פֿאָלק ישׂראל נישט צונויפֿגעקליבן אין אײן לאַנד, און די װאָס װוינען אַריבער, אויף אײן זײַט, פֿילט זיך געטרײַ צו ישׂראל אָדער דעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער אויף דער אַנדערער זײַט, האָבן מיר אַ װעלט װאָס פֿאָדערט אונדזערע כּוחות.

אין דעם זינען, האָב איך אַ געבעט. איך װענד צו אײַך, אַז איר זאָלט קײן מאָל נישט זיך מתיאש זײַן פֿון אַמעריקע, און זאָגן, איך האָב פֿײַנט דעם לאַנד, דערפֿאַר זאָל איך אַװעקפֿליען פֿון דאַנען. די פּראָבלעמען פֿונעם לאַנד זענען די פּראָבלעמען פֿונעם פֿאָלק, און איך בין נישט בתוכם. אָבער איר זענט יאָ בתוכם. דענקט איר ביטע, װי אויפֿצובוינען דײַנע קהילות און קעמפֿן לטובֿת גערעכטיקײט אין דער געזעלשאַפֿט — מיר דאַרפֿן שטרענגע באַמיונגען, נישט חלילה, קאַפּיטעלירונג.

Previous
Previous

Jewish Pragmatism

Next
Next

Holiness, Nation, Humanity